אויפֿן ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר צווישן דעם 12טן און דעם 23סטן יאַנואַר אין מאַנהעטן, וועט מען ווײַזן דרײַ פֿילמען אויף ייִדיש: אַ נײַעם פֿילם, SHTTL, רעזישיסירט פֿון וואָלטער אַדי; יוסף גרינס קלאַסישן פֿילם, „אַ בריוועלע דער מאַמען“ און אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם, „דאָס ייִדישע לעבן אין לעמבערג“.
אַלע פֿילמען וועט מען שפּילן אינעם „וואָלטער ריד“־קינאָ־זאַל, 165 וועסט 65סטע גאַס.
SHTTL האָט מען שוין געוויזן אויף עטלעכע פֿריִערדיקע קינאָ־פֿעסטיוואַלן, וווּ די קריטיקער האָבן אים שטאַרק געלויבט. ער שילדערט אַ טאָג אין אַ פֿיקטיוון שטעטל אין אוקראַיִנע אויף דער גרענעץ מיט פּוילן, פּונקט איידער די נאַציס האָבן אַרײַנמאַרשירט. דער גאַנצער דיאַלאָג קומט פֿאָר אויף ייִדיש און אוקראַיִניש. בײַ צוויי פֿון די אַקטיאָרן קען מען דערקענען אַז ייִדיש איז בײַ זיי אַ מוטערשפּראַך.
צו באַשטעלן בילעטן צו זען SHTTL דינסטיק, דעם 17טן יאַונאַר, 1:00 נאָך מיטאָג, גיט אַ קוועטש דאָ. מע וועט אויך ווײַזן דעם פֿילם מאָנטיק, דעם 16טן יאַנואַר, 5:00 אָבער יענע ווײַזונג איז שוין אויספֿאַרקויפֿט. פֿאַראינטערעסירטע קענען אָבער נאָך אפֿשר באַקומען אַ בילעט אויב זיי קומען צו דער קאַסע פֿאַר דער ווײַזונג.
„אַ בריוועלע דער מאַמען“ וועט מען ווײַזן זונטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 12:00 מיטאָגצײַט. פּראָדוצירט אין פּוילן אין 1939, שילדערט ער אַ מאַמע פֿון דרײַ קינדער ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. די מאַמע, דאָבריש, באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות אויסצוהאַלטן איר משפּחה נאָך דעם ווי איר מאַן איז אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע.
איידער מע ווײַזט „אַ בריוועלע דער מאַמען“ וועט מען שפּילן אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם, „דאָס ייִדישע לעבן אין לעמבערג“, וואָס שילדערט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די ייִדישע אײַנוווינער פֿון לעמבערג (הײַנט לוויוו, אוקראַיִנע) אין 1939. דער זעלטענער פֿילם, געשאַפֿן פֿון די וואַרשעווער פֿילמאָגראַפֿן שאול און יצחק גאָסקינד, איז פֿול מיט לעבעדיקע אימאַזשן פֿון מאָדיש־געקליידטע פֿרויען, רעשיקע מאַרקן, פּאַרקן און פּראָמענאַדן, האַרט פֿאַר דער דײַטשער אינוואַזיע.
צו באַשטעלן בילעטן צו „אַ בריוועלע דער מאַמען“ און „דאָס ייִדישע לעבן אין לעמבערג“, גיט אַ קוועטש דאָ.
נאָך אַ פֿילם אויפֿן פֿעסטיוואַל וווּ מע קען הערן ייִדיש איז אַ רעסטאַוורירטער נוסח פֿונעם 1997-פֿילם, A Life Apart (אַן אָפּגעזונדערט לעבן) — אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די חסידישע קרײַזן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. דער פֿילם, וואָס איז רעזשיסירט געוואָרן פֿון אורן רודאַווסקי און מנחם דאַום, מערקט הײַיאָר אָפּ זײַן 25סטן יוביליי, און וועט איצט ווערן אַ טייל פֿון אַן אַרכיוו אין ברוקלין־קאָלעדזש וואָס שילדערט ווי די חסידים האָבן זיך אַזוי הצלחהדיק אײַנגעפֿונדעוועט אין אַמעריקע נאָכן חורבן — אַ זאַך וואָס קיינער האָט דעמאָלט נישט פֿאָרויסגעזען.
דעם פֿילם, וואָס קומט פֿאָר אויף ענגליש, רוסיש און ייִדיש, וועט מען ווײַזן דאָנערשטיק, דעם 19טן יאַנואַר, 7:00 אין אָוונט. נאָך דעם וועט פֿאָרקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע מיט רודאַווסקי, באַום און אַנדערע פֿיגורן פֿאַרבונדן מיטן פֿילם. צו באַשטעלן בילעטן צום פֿילם גיט אַ קוועטש דאָ.
The post Three Yiddish films at the New York Jewish Film Festival appeared first on The Forward.