Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט די „טשיקאַוועסן“ אויף אוידיאָ דאָ:
https://forward.com/wp-content/uploads/2023/01/shiglk-beys-oylem.m4aאַ בעלאַרוס־געבוירענער קינסטלער וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון אוקראַיִנע קיין פּוילן האָט אויפֿגעשטעלט אַ פּרעכטיק וואַנטבילד געמאַכט פֿון טויזנטער שפּיגל־פֿראַגמענטן אינעם בית־עולם אין קאָליש.
דאָס קונסטווערק, וואָס הייסט „קוואַל“, האָט געשאַפֿן רוסלאַן קאָלמיקאָוו. אינעם וואַנטבילד זעט מען ווי פֿון אַ מגן־דוד שטראַלן אַרויס קײַלעכלעך און בלומען־פֿאָרמען. אין די שפּיגל־פֿראַגמענטן קען מען זען דעם אַרום און די פֿאַרבײַגייער.
„דער עיקר איז אַז יעדער וואָס גייט פֿאַרבײַ קען זען די שיינקייט פֿון אונדזער וועלט אין דער אָפּשפּיגלונג,“ האָט קאָלמיקאָוו געזאָגט.
„מיר איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דער פּראָיעקט,“ האָט געזאָגט הילאַ מאַרצינקאָווסקאַ, די דירעקטאָרשע פֿונעם ראַט פֿון „די פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילות אין פּוילן“ און די אויפֿפּאַסערין פֿונעם קאָלישער בית־עולם. „דער קינסטלער וויל פֿאַרבינדן די דרײַ פֿעלקער וואָס האָבן אַ מאָל געוווינט אין קאָליש — פּאָלאַקן, ייִדן און אוקראַיִנער.“
דער בית־עולם, וואָס הייסט „דער נײַער בית־עולם“, איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַרום הונדערט יאָר צוריק, נאָך דעם ווי דער היסטאָרישער אַלטער בית־עולם, דאַטירט פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, האָט שוין מער נישט געהאַט קיין פּלאַץ.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.
די קאָלומניסטקע נטע אחיטוב שרײַבט אַזוי:
בעת אַ צאָל טײַכן אין אייראָפּע ווערן אויסגעטריקנט און אַזיאַטישע לענדער מאַכן דורך ריזיקע פֿאַרפֿלייצונגען, דאַרף ישׂראל, אַ פּנים, זיך געזעגענען מיטן ווינטער.
חנוכּה פֿלעגן מיר טראָגן מאַנטלען און שאַליקלעך אָבער במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿאָרן ישׂראלים צו דער פּלאַזשע. אין דעצעמבער 2020 האָט די טעמפּעראַטור אין געוויסע טעג דערגרייכט 86 גראַד פֿאַרענהײַט.
„מיר האָבן זיך געריכט אַז די בײַטן וועלן פֿאָרקומען אין עטלעכע יאָר אַרום אָבער זיי געשעען שוין איצט,“ האָט געזאָגט קאָלין פּרײַס, דער הויפּט פֿון דער קלימאַט־איניציאַטיוו בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. „צום באַדויערן האָט דער מצבֿ זיך פֿאַרערגערט אַ סך גיכער ווי מיר האָבן געמיינט.“
פֿאַר וואָס געשעט דאָס? דער ישׂראלדיקער וועטער ווערט באַווירקט פֿון שטראָמען קאַלטער לופֿט פֿון אייראָפּע וואָס שוועבט איבער דעם מיטללענדישן ים. בעת דער צפֿון־פּאָלוס ווערט אַלץ וואַרעמער, ווערן יענע ווינטן אויך וואַרעמער. אין דער זעלבער צײַט זענען דאָ אַ סך ווייניקער רעגנדיקע טעג אָבער ווען עס רעגנט שוין יאָ, ווערט עס אַ שלאַקסרעגן. די אָפּרין־סיסטעמען זענען אָפֿט נישט מסוגל אײַנצוהאַלטן די וואַסערן און דאָס דערפֿירט צו די ריזיקע פֿאַרפֿלייצונגען.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.
The post Tidbits: New mirror mural in Kalisz Jewish cemetery • Israeli winters are disappearing appeared first on The Forward.