Categories
Audio Sources - Full Text Articles

VIDEO: Rabbi Soloveitchik explains the hidden meaning of Hanukkah

Listen to this article

soloveitchik.jpg

אויף יוטוב איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ווידעאָ אין וועלכן דער אָנגעזעענער רבֿ יוסף דבֿ סאָלאָווייטשיק ז״ל גיט אַ חנוכּה־שיעור אויף ייִדיש, און אַלץ ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.

אינעם שיעור, וואָס ער האָט געהאַלטן אין 1952, טענהט ער פֿאַר וואָס די ביז־איצטיקע השׂגות וועגן חנוכּה זענען נישט ריכטיק; וואָס איז דער באַהאַלטענער, אמתדיקער באַטײַט פֿונעם יום־טובֿ, און מיט וואָס זענען די רוימער געווען אַנדערש פֿון די גריכישע הערשער וואָס האָבן גענייט די ייִדן אָנצונעמען דעם גריכישן לעבן־שטייגער.

הרבֿ סאָלאָווייטשיק, אָדער ווי מע רופֿט אים עד־היום — „דער רבֿ“ — איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע קלאָרע, פֿאַרשטענדלעכע דרשות און שיעורים, וואָס ער האָט תּמיד געהאַלטן אויף ייִדיש, כאָטש ער האָט גוט געקענט ענגליש.

דער ווידעאָ איז אַ טייל פֿון אַ סעריע ווידעאָס אויף ייִדיש וואָס מע האָט צו זיי במשך פֿון די לעצטע יאָרן צוגעגעבן ענגלישע (און צום טייל — העברעיִשע) אונטערקעפּלעך, כּדי צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט דער תּורה פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיק. די סעריע איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך Ohr Publishing.

כּדי צו זען אַנדערע ייִדישע דרשות פֿון הרבֿ דבֿ־בער סאָלאָווייטשיק גיט אַ קוועטש דאָ.

The post VIDEO: Rabbi Soloveitchik explains the hidden meaning of Hanukkah appeared first on The Forward.