Categories
Audio Sources - Full Text Articles

Tidbits: First hotel  in Tel Aviv re-opens; 50% Americans know little about the Holocaust

Listen to this article

elkonin-hotel.jpg

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט די „טשיקאַוועסן“ אויף אוידיאָ דאָ:

https://forward.com/wp-content/uploads/2023/01/Tshikavesn.m4a

דער ערשטער האָטעל אין תּל־אָבֿיבֿ עפֿנט זיך ווידער; 50% אַמעריקאַנער ווייסן ווייניק וועגן דעם חורבן

דער ערשטער האָטעל אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס האָט זיך געשלאָסן אין די 1940ער, האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק זיך ווידער געעפֿנט.

דער „אלקונין“, וואָס געפֿינט זיך אין דער היסטאָרישער געגנט נווה צדק, איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1913 דורך מלכּה און מנחם אלקונין. מנחם אלקונין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, האָט זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אין 1911 און האָט אין איינעם מיט זײַן פֿרוי אָנגעשטעלט דעם באַקאַנטן אַרכיטעקט שמואל ווילסאָן צו בויען אַ האָטעל אינספּירירט פֿון דער אייראָפּעיִשער אַרכיטעקטור.

צווישן די חשובֿע געסט פֿונעם האָטעל במשך פֿון די יאָרן  זענען געווען דוד בן־גוריון, אַלבערט אײַנשטײַן און אַפֿילו עמיר אַבדולאַ וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער קיניג פֿון יאָרדאַניע. מע האָט געזאָגט אַז דער קעניג האָט אויסגעקליבן דווקא דעם האָטעל ווײַל אַ געוויסע פֿרוי וואָס איז דאָרט אײַנגעשטאַנען איז אים געפֿעלן געוואָרן.

To read the news in English, click here.

כּדי צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.

לויט אַן אַנקעטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט, ווייסן נישט אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער וויפֿל ייִדן זענען אומגעקומען אינעם חורבן.

בײַ די 1,004 מענטשן וואָס מע האָט אויסגעפֿרעגט האָבן בלויז 53 פּראָצענט געוווּסט אַז זעקס מיליאָן ייִדן זענען געשטאָרבן אינעם חורבן. 2 פּראָצענט האָבן געמיינט אַז ווייניקער ווי 1 מיליאָן ייִדן זענען געשטאָרבן. 11 פּראָצענט האָבן געזאָגט אַז מער ווי צוועלעף מיליאָן זענען אומגעקומען. 20 פּראָצענט האָבן געזאָגט אַז זיי ווייסן נישט.

די באַטייליקטע אין דער אַנקעטע האָט מען אויך געשטעלט דרײַ אַנדערע פֿראַגעס: ווען איז דער חורבן פֿאָרגעקומען? ווי אַזוי איז היטלער געוואָרן דער דײַטשישער פֿירער? און וואָס איז אוישוויץ?

בלויז אַ פֿערטל האָבן ריכטיק געענטפֿערט אויף אַלע פֿראַגעס. אַ פֿערטל האָבן אויך געזאָגט אַז זיי האָבן אַ מאָל באַזוכט אַ חורבן־מוזיי אָדער דענקמאָל.

To read the news in English, click here.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

The post Tidbits: First hotel  in Tel Aviv re-opens; 50% Americans know little about the Holocaust appeared first on The Forward.